top of page
Writer's pictureReb Noyekh

Who's the wife of the Clever Little Tailor? My students weigh in!

I couldn't wait to assign my intensive intermediate students at the YIVO-Institute for Jewish Research a creative writing assignment on the wife of the clever little tailor. She's hardly even mentioned in the book and only in passing as his wife! We've got so many questions: Who was she? Was she also smart? What did she do when her man was away on his long journeys in distant lands??? Here's how my students see it... enjoy!


פּערל לאַפּידעס

רחל שרײַבער


אַ מאָל אַ מאָל, מיט אַ סך יאָרן צוריק, איז נישט געװען מעגלעך פֿאַר פֿרױען אַרױסצוגעבן ביכער. די פֿאַרלאַגן האָבן געמיינט, אַז לײענער װעלן נישט לײענען קיין בוך פֿון אַ שרײַבערין. ס'איז טאַקע אַ שאָד; שטעלט זיך פֿאָר װיפֿל ביכער מיר װאָלטן נאָך געהאַט!


אין יענער צײַט, איז געװען אַן אָרעמע פֿרױ װאָס הייסט פּערל לאַפּידעס. פּערל האָט ליב געהאַט שרײַבן מעשׂױת װעגן איר שטעטל. פּערל האָט געװאָלט אַרױסגעבן אירע מעשׂיות, אָבער אַלע די פֿאַרלאַגן האָבן זיי נישט געװאָלט אַרױסגעבן. "װאָס?," האָט געפֿרעגט אײנער נאָך דעם אַנדערן, "אַ שרײַבערין? אוממעגלעך! קײנער װעט נישט קױפֿן קיין בוך פֿון אַ פֿרױ."


פּערל האָט געטראַכט און געטראַכט װאָס זי זאָל טאָן. צום סוף, האָט זי געשיקט אירע כּתבֿים צו אַ פֿאַרלאַג דורך דער פּאָסט, אין אַן אַנדער לאַנד, אין אַן אַנדער שפּראַך (זי האָט געקענט שרײַבן אױף רוסיש), אונטערן נאָמען "רפֿאל סעדיפּאַל". דער פֿאַרלאַג האָט שטאַרק ליב געהאַט די מעשׂיות, און האָט זײ תּיכּף אַרױסגעגעבן. באַלד, איז רפֿאל סעדיפּאַל געװאָרן אַ באַרימטער שרײַבער. קײנער אין פּערלס שטעטל האָט געװוּסט דעם סוד, חוץ איר מאַן, בּערל.


און די מעשׂיות? װעגן װאָס זענען געװען די מעשׂיות? פּערל האָט געהאַט זײער אַ פֿײַנעם כּוח־הדמיון. זי האָט געשריבן װעגן אַן אָרעמען שוסטער, װאָס הײסט איציק. איציק האָט געהאָלפֿן זײַן שטעטל. אײן מאָל, איז געװען אַ רױבער, און איציק האָט אָפּגענאַרט דעם גנבֿ נישט אײן מאָל, נאָר דרײַ מאָל! צום סוף האָט מען דעם רױבער אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה. אין אַן אַנדער מעשׂה, האָט איציק אָפּגעטאָן אַ שפּיצל, און אַזױ זענען אַ הונדערט רױבערס אַרעסטירט געװאָרן. און אין נאָך אַ דריטער מעשׂה, האָט איציק געהאָלפֿן אַ מענטשן װאָס האָט באַגראָבן זײַן געלט אין אַ גרוב, און עמעצער האָט עס געגנבֿט. באַלד, איז איציק געװאָרן באַרימט, און מע רופֿט אים "דער קלוגער שוסטער."


איז, די מעשׂיות קענען זײַן באַקאַנט, צום לײענער, װי "דאָס קלוגע שנײַדערל." אָבער מע קען פֿרעגן, װי אַזױ האָט דאָס קלוגע שנײַדערל געװוּסט װאָס צו טאָן מיט די רױבערס? דער אמת איז, אַלע זײַנע געדאַנקען זענען געקומען פֿון די מעשׂיות פֿון זײַן װײַבס ביכער!


עס פֿרעגט זיך צי פּערלען איז געװען פֿאַרדריסלעך, װײַל מען האָט איר מאַן גערופֿן קלוג, כאָטש פּערל איז דאָס געװען די קלוגע! דער ענטפֿער איז נײן, װײַל איצט, זענען פּערל און בערל שױן נישט געװען קײן אָרעמע. זײ האָבן צװײ מאָל פֿאַרדינט געלט. דאָס ערשטע מאָל, פֿון פּערלס ביכער, און דאָס צװײטע מאָל, פֿון בערלס צאָלונגען. פּערל האָט געשריבן די מעשׂיות, בערל האָט מען גערופֿן קלוג, און בײדע זענען געװען צופֿרידן!



דוד וויווער


איך הייס לאה-גיטל. מיט אַ סך יאָרן צוריק, האָב איך חתונה געהאַט מיט דעם שניידער, דעם שניידער וואָס מע רופט "דאָס קלוגע שניידערל". אָבער מיך רופֿט מען "דעם שניידערלס ווייב".


דעם אמת געזאָגט, ווייס איך ניט וואָס מײַן מאַן טוט! עס זעט מיר אויס אַז ער מאַכט נישט קיין קליידער און פאַרריכט נישט קיין זוימען. לעצטנס האָט ער נישט אָנגערירט קיין שום נאָדל אָדער שערן. אַנשטאָט דעם, פּוסטעפּאַסעוועט ער שטענדיק אין וואַלד און טרעפט זיך אַלעמאָל מיט גזלנים, רויבער, און ריזן. אַַ שרעקלעכע השפּעה: עס געפעלט מיר נישט. מיין מאַן רעדט היינטיקע טעג פּונקט ווי אַ שגץ.


וואָס טו איך בעת ער איז אַוועק? די געוויינלעכע זאַכן. איך דאַרף באָדן די עופעלעס, אויפֿראַמען די שטוב, יאָגן זיך נאָך די הינער, קאָכן פאַר די קינדער, און אַזוי ווייטער. טייל מאָל, שפּרינגט דער חתן מיינער אריין אין שטוב מיט מטבעות אין די פויסטן און אַלערליי געלט אַרויספאַלנדיק פון זיינע קעשענעס.


ער זאָגט אויפֿן קול, "איך בין הונגעריק!". ער שטייט אין מיטן צימער און קוקט אויף מיר ווי א גולם: "נו?!"


אַוודאי בין איך שוין אויסגעמוטשעט פון מיין אייגענער אַרבעט, פון אויפֿראַמען און וואַשן און שרייען אויף די קינדער. אָבער וואָס דען קען איך טאָן? איך בין דעם שניידערלס ווייב! איך הייב אָן צו פאַרפּאַרען וואַסער און האַקן מערן...


אָבער דאָס ערגסטע דולעניש וואָס דרייט מיר אין קאָפּ איז מיין חתנס טענה וואָס ער איז דער קליגסטער ייִד אין דעם גאַנצן געגנט. ער האָט אַ לייזונג פאַר יעדער שוועריקייט, גרויס צי פּיצינק, וואָס איז צופיל קאָמפּליצירט און לאַנגווייליק. אויב עס איז אַ ביסל קאַלט אין שטוב, וועט ער זאָגן, למשל, "לאָמיר פאַרבינדן אַ שפּיגל צום עק פון אונזער ציג, און אריינטרייבן אים אין פעלד..."

א. א. וו., א. א. וו., באַלאַקענדיק צו אַל די שוואַרצע יאָר.


איך שריי , " שוטה!! ווען ס'איז קאַלט אין שטוב, נעם אַ קלאָץ פון הויף און וואַרף אים אין אויוון אריין!!"


"אָבער לאהלע," זאָגט ער, אַ זיידענער. "די וועלט איז נישט אַזוי איינפאַך..."


און דאָס איז מיין לעבן, אויף איין פוס.



יאָסעלע װאָלף


נאָך דעם װי זי האָט אויפֿגעצויגן זיבן קינדער, מיט גאָר די צרות װעלכע קומען מיט יענע נאַרישע ייִנגלעך, אײן עקשן און צװײ פוילע פֿאַרטראַכטן עפּעס מיאוס, האָט יהודית שנײַדער, דער װײַב פֿונעם קלוגן שנײַדערל געזאָגט, עס איז גענוג! איר מאַן איז געװען אַנדערש־װוּ, אָפֿט מאָל אין װאַלד, נאָכיאָגן זיך נאָך רויבערס און אַנדערע נאַרישקײטן. דערפֿאַר האָט זי זיך צוריקגעקערט צום פֿאַקולטעט פֿאַר פֿאָראַגענטן. אויב איר מאַן װעט נישט בלײַבן אין דער הײם, פֿאַרװאָס דאַרפֿט זי שטײן אין דער קיך אַ גאַנצע װאָך? און זי האָט געחלומט פֿאָרן קײן לאַס־װײגעס. אין לאַס־װײגעס האָט זי זיך פֿאַרשריבן אויף אַ פֿאַרמעסט פֿון הײבן געװיכטן. װען די אַנדערע פֿרויען האָבן זי געזען, האָבן זײ גלײַך פֿאַרשטאַנען אַז דאָס איז אַ װײַב פֿון אַ שנײַדערל. אפֿשר איז ער קלוג, אָבער זײַן װײַב איז אַ שטאַרקע פֿרוי. זי האָט פֿאַרנומען דאָס ערשטע אָרט און באַלד האָט זי געבראַכט אירע פֿיר טעכטער אין דער שטאָט װוּ אַלע קענען שפּילן אין קאָרטן און מנצח זײַן. צום סוף, האָט זי איבערגעלאָזט די נאַרישע ייִנגלעך אין פּוילן און האָט געפֿאָדערט פֿון שנײַדערלען, ער זאָל נײַען סטראַז אויף אירע קלײדער און זײ איבערשיקן קײן לאַס־װײגעס. װען זי איז אָנגעקומען אין קאַסינאָ, האָבן אַלע די אַזאַרטשפּילער געשריגן "עס איז דאָ טאַקע אַ מאָדערנע ייִדישע פֿרוי. זי איז שטענדיק מנצח ־ מאָנטיק, דינסטיק, מיטװאָך, דאָנערשטיק." פֿרײַטיק האָט זי זיך געגרײט צו גײן עסן מיט אירע טעכטער דעם שבת־קודש אינעם רעסטאָראַן פֿון קאַסינאָ. סעפּטעמבער זײַנען די מײדלעך געפֿאָרן קײן ניו־הײװען שטודירן אין אוניװערסיטעט, אָבער יהודית האָט באַלד זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּילן. טאָג נאָך טאָג האָט זי זיך פֿאַרשפּילט. און ערשט דעמאָלט האָט זי באַשלאָסן צו װערן אַ רויבער. זי האָט געגנבעט די טעשלעך און די טײַסטער פֿון אַ סך אַזאַרטשפּילער, אָבער - געדענקט: זי איז געװען זײער אַ שטאַרקע געװיכטן־הײבער! האַרבסטצײַט האָט די באַרימטע יהודית שנײַדער זיך באַהאַלטן אין מידבר נאָענט דער פֿינקלדיקער שטאָט. זי פֿאַלט אָן אויף אָנטרײַבערס און גנבֿעט פֿון אַלע די אויטאָס װעלכע פֿירן פֿון לאַס־װײגעס קײן לאָס־אַנדזשעלעס. די דירעקטאָרן פֿון AMAZON האָבן מורא געהאַט ספּעציעל פֿאַר די פֿיר טעכטער, װײַל זײ שטודירן אַנטימאָנאָפּאָל־אַדװאָקאַטור אין YALE. דער מצב בײַ דער קאָרפּאָראַציע איז פּונקט װי אַ מענטש װאָס װערט צוגעבונדן צו אַ בוים. װאָס טוט מען, װען אַ רויבער און אירע טעכטער פּלאַנירן פֿאַרכאַפּן דײַן געלט? מען זאָל זיך פֿאַרטראַכטן... . .


86 views0 comments

Comments


bottom of page