After assigning my beginner Yiddish students The Clever Little Tailor (Dos kluge shnayderl), I kept getting the same question "What's with the wife? Where's she at?" Curiously, the story doesn't even mention her until the second chapter and only in passing. The first chapter only mentions Shnayderl's four hungry children.
Finally, after getting the question yet again from a one-on-one student, this time I decided to have them write a creative response, imagining who the wife is and what she does while her husband is away on his adventures. The result -- a clever story about the clever wife of Berl Lapides, otherwise know as "The Clever Little Tailor". Hot Hanoe-Enjoy!
די קלוגע פּערל
פֿון שׂרה'לען
אַ מאָל אַ מאָל, מיט אַ סך יאָרן צוריק, האָט געװױנט אַן אָרעם פּאָרפֿאָלק. ער האָט זיך גערופֿן בערל און זי פּערל. אַלע האָבן אים גערופֿן שנײַדערל, װײַל ער איז געװען אַ קליינער שנײַדער. זײ האָבן געװױנט אין אַ קלײן שטיבעלע מיט זײערע פֿיר קינדער. אָפֿטמאָל איז שנײַדערל אַװעק פֿון שטוב װײַל ער איז באַקאַנט געװאָרן פֿאַר זײַן קלוגשאַפֿט. דעמאָלט האָט פּערל נישט געהאַט קײן געלט ביז ער איז צוריק. אַז זי האָט געגעבן אַכט אױף איר מאַנס אַרבעט, האָט זי אױך געקענט אױפֿנײען צו דער מאָס. מע האָט זי גערופֿן פּערל די שנײַדערין.
אַ מאָל איז געקומען אין שטיבעלע אַ שכנה.
“איך האָב אַ צרה," האָט זי געזאָגט. "איך װיל עפּעס פֿרעגן בײַ שנײַדערלען. איך דאַרף אַ באַשײד."
"װײסטו װוּ מײַן מאַן איז?" האָט פּערל געפֿרעגט. "איך אױך נישט. ער איז אַלע מאָל אַװעק. ער קומט צוריק, גיט מיר אַ ביסל געלט װאָס קלעקט נישט גענוג לאַנג. ער בלײַבט אַ פּאָר מינוטקעלעך, מע הײסט אים און ער איז נאָך אַ מאָל אַװעק. װײסטו מיט װעמען? איך אױך נישט. לױט אים, אַ מאָל מיט אַ ריכטער, אַ מאָל אַ קעניג, אַ פּרינץ. פּרינץ שמינץ. אַלע מאָל מיט גױיִם. מע רופֿט אים דאָס קלוגע שנײַדערל. אפֿשר איז ער אַ קלוגער בײַ זײ אָבער בײַ מיר נישט! מײַנע קינדער זײַנען יתומים… זײַ מיר מוחל. דו דאַרפֿסט אַן עצה. נו, אויך איך קען געבן אַן עצה. אפֿשר קען איך דיר העלפֿן."
די שכנה, רבֿקה, האָט געגעבן צו פֿאַרשטײן אַז זי האָט אַ סך קינדער און נישט גענוג געלט אויף אױסצוהאַלטן זײ אַלע. "אַחוץ דעם," האָט זי דערקלערט, "װיל מײַן מאַן מאַכן קוצעניו־מוצעניו אַלע נעכט, אָבער איך װיל מער נישט האָבן קיין קינדער."
פּערל האָט זיך פֿאַרטראַכט װעגן דעם ענין. האָט זי געזאָגט: "גײ אין װאַלד און זוך די װײַטערדיקע בלומען: רימעניק, װאַלעריאַן, האָפּן, לײדענבלומען און לאַװענדל. רײַס זײ אָן און קום צוריק."
רבֿקה די שכנה האָט געטאָן אַלץ װאָס פּערל האָט פֿירגעלײגט. זי איז צוריק מיט די אַלע בלומען. האָט פּערל זיי געמאָסטן און אױסגעמישט. נאָכדעם האָט זי געגעבן רבֿקה'ען דאָס געמיש.
"נאָך דעם אָװנטברױט, פֿאַרברי אַ טײ. איידער מע לייגט זיך שלאָפֿן, גיב דײַן מאַן אַ גלעזל. װידער האָט רבֿקה די שכנה געטאָן אַלץ װאָס פּערל האָט פֿירגעלײגט. פֿון דעמאָלט אָן האָט זי מער נישט געהאַט קײן קינדער.
אַ מאָל, איז, נאָך אַ שכנה, מיטן נאָמען אסתּר, געקומען צו פּערלען אין שטוב. “איך האָב אַ צרה," האָט זי געזאָגט. "איך װיל בײַ דיר בעטן אַן עצה. מײַן מאַן איז אַ גוטער און ער אַרבעט שװער, אָבער צוליב דעם װערט ער אױסגעמוטשעט און קען נישט אױפֿשטײן אין דער פֿרי. איך קען אים נישט אױפֿװעקן. איך װײס נישט װאָס צו טאָן. קענסטו מיר העלפֿן?"
האָט פּערל זיך פֿאַרטראַכט װעגן דעם ענין און געזאָגט: "דו דאַרפֿסט כאַפּן אַ פֿליגל און עס שטעלן אין אַ סלױ מיט אַ דעקל מיט לעכער אַזױ אַז דאָס פֿליגל קען אָטעמען. אין דער פֿרי, לײג אַ טראָפּן האָניק אין דײַן מאַנס אױער אַרײַן. דערנאָך, עפֿן אויף דעם סלױ לעבן דײַן מאַנס אױער, דאָס פֿליגל זאָל אַרײַנפֿליען אין דײַן מאַנס אױער אַרײַן און דאָס זשומזערײַ װעט אים זיכער אױפֿװעקן."
די שכנה אסתּר האָט געטאָן װאָס פּערל האָט פֿירגעלײגט. כאַפּן אַ פֿליגל איז נישט אַזױ פּשוט, אָבער ס'איז איר געראָטן. דעם פֿרי־מאָרגן, װען זי האָט אױסגעפֿאָלגט פּערלס אָנװײַזונגען, איז איר מאַן אַרױסגעשפּרונגען פֿון בעט אַרױס, אין גאַנצן אױסגעטשוכעט. פֿון דעמאָלט אָן, האָט אסתּר נאָר געדאַרפֿט אַליין אַרײַנשושקען בײַ איר מאַן אין אױער כּדי אים אױפֿצוװעקן.
באַלד איז פּערל געװאָרן באַקאַנט פֿאַר איר עצה און מע האָט זי גערופֿן די קלוגע פּערל.
די אַלע װײַבער זײַנען געקומען בעטן עצות בײַ איר. נאָר די מענער האָבן געבעטן עצות בײַ שנײַדערלע'ן.
Order Dos kluge shnayderl here!
Comments