top of page
Writer's pictureReb Noyekh

Yiddish Book Reports: Dos kluge shnayderl, Ch. 1


In my advanced beginner classes at the YIVO-Center for Jewish Research, I assigned my students their first Yiddish book, Dos kluge shnayderl, a work of children's literature by Solomon Simon. This bilingual English-Yiddish edition is ideal for beginner students. The language is not too hard, and when they don't understand something in the Yiddish they have the English translation for guidance!


I had the students in my intensive beginner III&IV class (which meets twice a week) write two mini book reports on the first two chapters. They were supposed to summarize in their own words the plot, as well as find examples of the grammar taught in our textbook, Colloquial Yiddish. Students found many interesting examples of converbs and unstressed prefixed verbs; turns of phrase and idioms too! In class, they discussed these examples and even considered the difference between perfect and imperfect verbs!


Here are three book reports written by my intensive beginner students. I was excited to see them offer their own observations in addition to plot summary!



רחל שרײַבער


אין קאַפּיטל אײנס טרעפֿן מיר דרײַ מענטשן: אַ שנײַדערל װאָס הײסט בערל לאַפּידעס, אַ סוחר װאָס הײסט ישׂראל פֿריד, און אַ גנבֿ װאָס הײסט האַרגים. דאָס שנײַדערל איז אַן אָרעמער. דער סוחר איז אַ רײַכער. און דער גנבֿ, נו, ער איז דאָך אַ גנבֿ. דער סוחר האָט אַ פּראָבלעם, װײַל דער גנבֿ באַפֿאַלט דעם סוחרס װעגענער, דערהרגעט זײַנע אָנטרײַבערס, און נעמט צו זײַן סחורה. דאָס שנײַדערל זאָגט צום סוחר, אַז ער קען זײַן דעם סוחרס אָנטרײַבער, און דער סוחר איז מסכּים (כאָטש דער סוחר מיינט, אַז דאָס שנײַדערל איז משוגע). דרײַ מאָל האָט שנײַדערל אָפּגענאַרט דעם גנבֿ. צום סוף איז דער גנבֿ אַרײַנגעזעצט געװאָרן אין תּפֿיסה. (דער טײל פֿון דער מעשׂה איז צו היציק פֿאַר מיר, װײַל דער גנבֿ װערט בלינד.)


צװישן די דרײַ, איז דאָס שנײַדערל אַװדאי דער קליגסטער. דער סוחר איז אַ ביסל קלוג; ער איז אַ גוטער געשעפֿטסמאַן. אָבער ער קען נישט אָפּהאַלטן דעם גנבֿ אָן דעם שנײַדערל. דער גנבֿ איז זײער נאַריש, װײַל ער פֿאַלט אױף דעם שנײַדערלס שטיקלעך, נישט נאָר איין מאָל, נאָר דרײַ מאָל!


דער סוחר איז אַזױ צופֿרידן מיט שנײַדערלען, אַז ער איז מסכּים אָנצושטעלן דאָס שנײַדערל װי אַן אָנטרײַבער, און דאָס שנײַדערל איז מער ניט אָרעם. איצט רופֿט מען אים "דאָס קלוגע שנײַדערל." עס איז קלאָר אַז ער איז קלוג, אָבער צום סוף, איז ער נאָך אַ שנײַדער? אפֿשר װעלן מיר זען אין די קומענדיקע קאַפּיטלען...


אפֿרים

די מעשׂה טרעפֿט זיך מיט אַ סך יאָרן צוריק, ווען ס‘איז נישט געווען קיין ’פּנימבוך,׳ אויך נישט קיין ׳נינטענדאָ.׳ דער העלד פֿון דער מעשׂה איז בערל לאַפּידעס, אַ שנײַדער וואָס איז זייער אַן אָרעמער.


דער שנײַדער וווינט אין לעשנע, אין דער אָרעמסטער גאַס, מיט זייַנע פֿיר קינדער. (וואָס איז מיט זײַן ווײַב? דער מחבר דערציילט אונדז נישט.) דער שנײַדער איז אַזוי אָרעם אַז די קינדער זענען אָפֿט הונגעריק און טראָגן שמאַטעס פֿאַר קליידער.


מען רופֿט דעם שנײַדער ׳שנײַדערל׳ ווײַל ער איז קליין, דאַר, און שוואַרץ, מיט אַ שפּיציקער באָרד. אין דעם פּרט, איז ער נישט קיין טיפּישער פֿאָלקלאָרישער העלד, ווײַל ער איז אַ ביסל מיאוס אָדער צום ווייניקסטן אַ ביסל אַנדערש. בכּלל, אין די פֿאָלקלאָרישע מעשׂיות, זעט דער העלד נישט אויס מיאוס, נישט שיין, נישט דאַר, נישט גראָב, כּדי די קינדער קענען זיך זען אין אים.


נישט געקוקט אויף דעם נאָמען פֿון דער מעשׂה, איז דאָס קלוגע שנייַַדערל נישט קיין קלוגער געשעפֿטסמאַן. פֿאַרקערט, ער איז דער ערגסטער! ער איז אַן אָרעמער, ווייַַל ער מאַכט זיך פּריקרע בייַַ די גבֿירים. אַנשטאָט פּרוּוון זייַַן סימפּאַטיש בייַַ די גבֿירים, מיינט ער אַז ער מוז געווינען יעדן אַרגומענט. ער איז סימפּאַטיש נאָר בייַַ אָרעמע–לייַַט. דעריבער, גיבן אים נאָר אָרעמע–לייַַט אַ פּאָר שמאַטעס צו נייען. דערווייַַל, האָט שנייַַדערל נישט גענוג עסן פֿאַר די קינדער. (אָבער, עס דאַכט זיך מיר, ווען די קינדער זענען וווּ מען זעט זיי נישט, האָט שנייַַדערל טאַקע אָן זיי פֿאַרגעסן.)


אין לעשנע, די זעלביקע שטאָט וווּ שנײַדערל וווינט, וווינט אויך דער רייַַכער סוחר, ישׂראל פֿריד. הער פֿריד פֿלעגט שיקן דורך פֿור זייַַנע סחורות פֿון לעשנע אין אַלע די קלענערע שטעט און שטעטלעך אַרײַן. אָבער עס איז איצט אוממעגלעך צו פֿירן זייַנע וועגענער אויפֿן וועג. אַ רויבער װאָס הייסט האַרגים דרייט זיך אַרום דאָרטן. דער רויבער באַפֿאַלט דעם סוחרס וועגענער, דערהרגעט די אָנטרייַַבערס, און נעמט צו די סחורה.


דער סוחר פּרוּווט דינגן שטאַרקע בעל–עגלות, אָבער דער גזלן דערהרגעט זיי אויך. ווי אַ רעזולטאַט, איז דער סוחר אַראָפּּ פֿון זינען מיט זאָרגן ווען שנייַַדערל קומט אין ביוראָ, און באָט זיך אָן צו פירן איינעם פֿון דעם סוחרס וועגענער. דער סוחר זאָגט אים ער זאָל זיך גוט באַטראַכטן, איידער ער נעמט אונטער אַזאַ אַרבעט, ווייַַל דאָס איז זייער סכּנהדיק. שנייַַדערל זאָגט, אַז ער וועט שטאַרבן פֿון הונגער אויב ער געפֿינט נישט קיין אַרבעט.

באַמערק, אַז שנייַַדערל האָט פאַרגעסן, אַז די קינדער זענען אויך הונגעריק. ער זאָגט צו דעם סוחר נאָר אַז ער אַליין וועט שטאַרבן פֿון הונגער, נישט ער און די קינדער. איך מיין, אַז דאָס װײַזט, אַז ער איז אפֿשר נישט אַזאַ גוטער טאַטע.

סייַַ ווי סייַַ, װערט שנייַַדערל אַן אָנטרייַַבער פֿאַר דעם סוחר. נאָך דעם װי ער נעמט אָן די אַרבעט, איז די ערשטע זאַך וואָס שנײַדערל טוט, הייסן ווי מען זאָל אָנלאָדן דעם וואָגן: אַזוי פֿול אַז די פֿערד קענען נישט לויפֿן, אַפֿילו ווען מען שמייַַסט זיי שטאַרק און לאַנג. ער הייסט אויך, אַז מען זאָל אייַַנבינדן די סחורות מיט גראָבן, שטאַרקן דראָט. לסוף, זאָגט ער אַז ער דאַרף אַ גוטן, גראָבן, קורצן שטעקן. דער סוחר גיט אים אַלץ וואָס ער וויל. און אַזוי מאַכט שנייַַדערל אָן אָנצוטרעפֿן דעם גזלן.


ווען אַלץ איז גרייט, טרײַבט שנייַַדערל אָן דעם וואָגן אין וואַלד און זינגט אַזוי הויך אויפן קול האַרגים זאָל אים הערן. שנייַַדערל זינגט די גאַנצע נאַכט, ביז לסוף רופֿט אים האַרגים. האַרגים זאָגט, אַז ער וועט אים דערהרגענען. אָבער, שנייַַדערל רעדט אים איבער, אַז ער איז זייַַן גוטער פֿרייַַנד, און ער וויל אים פֿרײַװיליק געבן די סחורות. האַרגים זאָגט, אַז ער וועט אים נישט דערהרגענען און אַז ער קען אַוועקגיין. דעמאָלט, פּרוּװט האַרגים אָנטרייַַבן דעם וואָגן, אָבער ער קען נישט. אָווע–טאָווע טוט האַרגים , די פֿערד קענען נישט שלעפּן דעם וואָגן וואָס איז אַזוי שווער אָנגעפּאַקט מיט סחורות.


דערווייַַל, באַהאַלט זיך שנייַַדערל אויס פֿון דעם גזלן און, ווען ער קוקט נישט, רוקט אַרײַן דעם גראָבן, קורצן שטעקן צווישן די העלצלעך פֿון די רעדער. ווי אַ רעזולטאַט, קען דער גזלן נישט רירן דעם וואָגן און לסוף לאָזט ער אָפּ און לויפֿט אַװעק אין וואַלד. נאָך דעם, גיט שנייַַדערל איבער די סחורות אין שטאָט און קערט זיך אום צוריק אַהיים אין לעשנע.


(אַ קליינע אָבסערוואַציע: אַ קורצער שטעקן וואָלט נישט דערגרייכט צווישן ביידע רעדער. מען וואָלט געדאַרפֿט אַ לאַנגן שטעקן.)


קומענדיק איז שנייַַדערלס צווייטער אייַַנפֿאַל. דאָס מאָל, הייסט ער דעם סוחר ער זאָל אָנפּאַקן דעם וואָגן זייער גרינג און אַרומבינדן דעם וואָגן נאָר מיט שטריק. נאָך אַ מאָל פֿירט ער דעם וואָגן אין דעם וואַלד וווּ האַרגים דער רויבער באַהאַלט זיך אויס . שנייַַדערל זינגט ווידער דאָס זעלביקע לידל. און נאָך ווידער, קומט דער גזלן צו שנייַַדערלען און זאָגט, אַז ער וועט אים דערהרגענען


נאָך אַ מאָל, נאַרט שנייַַדערל אָפּ דעם גזלן. שנייַַדערל רעדט אים איבער, אַז ער האָט אים געזוכט דעם גאַנצן טאָג כּדי אים צו געבן זײַן בעל–הביתס סחורות. איידער דער רויבער פֿאָרט אַװעק מיט די סחורות, זאָגט שנייַַדערל, אַז זיי זאָלן פֿונאַדערלייגן אַ פֿייַַער און זיך אָנוואַרעמען. האַרגים שטימט אײַן. שנייַַדערל טוט אָפּ אַ שפּיצל האַרגימ'ען. ער װיל, אַז האַרגים זאָל באַװײַזן זייַן כּוח. בעת האַרגים בייגט אײַן אַ בערעזע–בוים, דער שפּיץ זאָל דערגרייכן די ערד, גייט שנייַַדערל פֿון הינטן און בינדט צו דעם שפּיץ פֿון בוים צום גזלנס האָר. דעמאָלט, רופֿט שנייַַדערל אויס, ׳איצט לאָז אָפּ.׳ דער גזלן לאָזט אָפּ דעם בוים און ער בלייַַבט הענגען אין דער לויפֿטן. נאָך אַ מאָל, גיט שנײַדערל איבער די סחורות אין שטאָט און קערט זיך אום צוריק אַהיים.


שנייַַדערלס דריטער און לעצטער אייַַנפֿאַל מאַכט מיך – אומרויק און פּריקרע. דאָס שפּיצלֹ, וואָס שנייַַדערל טוט אָפּ האַרגימ‘ען איז רוצחיש און אַפֿילו סאַדיסטיש. האַרגים װערט געמזיקט און בלינד דורך שנייַַדערלען. דאָס איז נישט קיין מוסר־השׂכּל וואָס איך וואָלט געװאָלט לערנען מייַַנע קינדער ווען זיי זענען געווען יונג.


דערצו, זענען שנייַַדערלס פּלענער נישט אַזוי קלוג. אָנשטאָט זייַַן אַ קלוגער, איז ער בלויז אַ מזלדיקער, ווייַל דער גזלן איז ממש אַ נאַרישער, בהמישער תּם. שנייַַדערלס פּלענער געלינגען נאָר ווייַַל האַרגים גלייבט אַלעס װאָס שנײַדערל דערציילט אים און טוט אַלץ וואָס ער זאָגט! ווען שנייַַדערל זאָגט, אַז ער וויל אַז דער גזלן זאָל נעמען די סחורות, גלייבט אים האַרגים. און ווען די פֿערד קענען נישט שלעפּן דעם וואָגן, קוקט ער נישט אויף די רעדער אויסצוזוכן פֿאַר וואָס. ער לויפֿט אַוועק אין וואַלד.


נישט געקוקט אויף מייַַנע קריטיקן פֿון דער מעשׂה, געפֿעלט עס מיר יאָ. איך ווייס אַז עס איז געשריבן געװאָרן מיט הונדערט יאָר צוריק ווען מען האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַר די קינדער אַזעלכע מעשׂיות וואָס זענען געווען זייער ברוטאַל און רוצחיש.

שׂרה'לע


די מעשׂה האָט דרײַ פּערסאָנאַזשן: זײער אַ רײַכן סוחר, אַ גאַנץ אָרעם שנײַדערל, און אַ מוראדיקן רױבער און מערדער. הײסט דער סוחר ישׂראל פֿריד, דאָס שנײַדערל הייסט בערל לאַפּידעס (אָבער קײנער רופֿט אים נישט מיט דעם נאָמען ־ אַלע פֿלעגן אים רופֿן שטענדיק שנײַדערל), און דער רױבער הײסט…איך װײס נאָך נישט זײַן נאָמען. אַפֿשר װעלן מיר עס װיסן אין קאַפּיטל 2? איך מיין, אַז דעם רױבערס נאָמען איז נישט אַזױ װיכטיק אין דעם קאַפּיטל, װײַל ער איז צו מוראַדיק!


דער סוחר און שנײַדערל האָבן ביידע אַ גרױסע פּראָבלעם. אַ מוראדיקער גזלן נעמט הער פֿרידס סחורות אױפֿן װעג אין די אַנדערע שטעט. און שנײַדערל האָט נישט קײן אַרבעט און ער און זײַן משפּחה זענען צו הונגעריק.


צום גליק איז אונדזער שנײַדערל אַזױ װיציק און קלוג. אײנעם אַ טאָג גייט שנײַדערל אין ביוראָ פֿונעם סוחר מיט אַן אײַנפֿאַל. זאָגט שנײַדערל, "הער פֿריד [...] איך װעל זײַן דער אָנטרײַבער פֿון אײַערן אַ װאָגן ." (זײַטל 16)


דער סוחר מיינט, אַז עס איז צו געפֿערלעך פֿאַר שנײַדערלען, װײַל ער איז אַ טאַטע! ער האָט פֿיר קינדערלעך װאָס באַדאַרפֿן אים. שױן זעקס בעל־עגלות זענען איצט טױט װען זײ האָבן עס געפּרוּװט. שנײַדערל ענטפֿערט, אַז ער האָט נישט קײן אַנדער ברירה. ער האָט מער נישט קײן שנײַדער־אַרבעט, און אָן אַרבעט װעט ער אױסגיין פֿון הונגער.


נו, שנײַדערל איז אָנגעשטעלט געװאָרן. די אַרבעט איז זײער ריזיקאַליש, אָבער שנײַדערל האָט אַ פּלאַן. ער בעט, אַז די פֿור זאָל זײַן זײער, זײער שװערלעך אָנגעפּאַקט מיט סחורות. דען, בעט ער, אַז הער פֿרידס סחורות זאָלן זײַן פֿעסט אַרומגעבונדן מיט דיקן, גראָבן דראָט. צום סוף, בעט שנײַדערל ער זאָל באַקומען אַ גראָב שטעקל מיטצונעמען אויפֿן װעג. אַז ער פֿאָרט, זינגט ער אַ לידל װאָס פֿאַרפֿירט דעם גזלן. שנײַדערל זינגט און זינגט ביז דעם רױבער קומט אָן און פֿאַלט אַרײַן אין שנײַדערלס פּאַסטקע. דער רױבער מיינט, אַז שנײַדערל װעט אים העלפֿן, און ברענגט אים נישט אום. װען דער רױבער פּרוּװט פֿירן די פֿור מיט אַלע סחורות, איז זי אַזױ שװער אָנגעפּאַקט, אַז עס רירט זיך נישט. דאָס פֿערד קען נישט לױפֿן, און דער רױבער קען נישט נעמען די סחורות, װײַל זיי זענען שטאַרק אַרומגעבונדן. נאָך צװײ שעה, גייט דער רױבער אַװעק, און שנײַדערל נעמט נאָך אַ מאָל די פֿור און ליװערט איבער די סחורות מצליחדיק.


הער פֿריד איז זײער גליקלעך. נאָך אַ מאָל, װעט שנײַדערל ליװערן איבער דעם הער סוחרס סחורות. אָבער דאָס מאָל, מוז מען ענדערן דעם פּלאַן, װײַל אַ שפּיצל גייט זיך נאָר אײן מאָל. דאָס צװייטע מאָל איז דער װאָגן זײער לײַכט געפּאַקט. שנײַדערל טרעפֿט דעם רױבער. שנײַדערל פֿאַרבינדט דעם רױבערס האָר צו אַ בױם, אַ בױם װאָס דער רױבער בײגט מיט זײַנע הענט, װײַל ער װיל װײַזן װי שטאַרק ער איז. װען דער רױבער לאָזט אָפּ דעם בױם, הייבט דער בױם אויף דעם גזלן פֿאַר די האָר און דער גזלן בלײַבט הענגען אין דער לופֿטן! שנײַדערל האָט צײַט צו אַנטלױפֿן מיט די סחורות נאָך אַ מאָל, און נאָך אַ מאָל האָט דער סוחר זיך זײער דערפֿרייט.


צום סוף, נאָך אַ פֿור מיט סחורות, און שנײַדערל טרעפֿט אָן דעם רױבער. דאָס מאָל איז דער רױבער זײער אין כּעס. ער װיל עפּעס אומברענגען שנײַדערלען. אָבער קלוגער שנײַדערל זאָגט, "אויב איך מוז באַלד שטאַרבן, זאָל איך כאָטש עסן אַ לעצטע װעטשערע, ניין?" דער רױבער איז מסכּים, און שנײַדערל קאָכט אַ גרױסן, געשמאַקן, זײער זײער אַ הייסן טאָפּ קאַשע. אַז דער רױבער טוט אַ שמעקעלע די קאַשע, קערט שנײַדערל איבער דעם הײסן טאָפּ קאַשע גלײַך דעם רויבער אין די אױגן אַרײַן. דעם רױבערס אױגן װערן בלינד. שנײַדערל ליװערט איבער די סחורות אַ דריט מאָל, און דער סוחר איז זײער צופֿרידן. ער שיקט מענטשן זוכן דעם רױבער און מע געפֿינט אים און זעצט אים אַרײַן אין תּפֿיסה. דער װעג װערט זיכערער און שנײַדערל האָט נאָך הײַנט אַ סך אַרבעט אַלס אָנטרײַבער בײַ דעם סוחר.


Order Dos kluge shnayderl here!





140 views0 comments

Recent Posts

See All

Comments


bottom of page