top of page
Writer's pictureReb Noyekh

Beginners Reading Practice 1#

Updated: Jul 8, 2021


Photo by Michael Dam on Unsplash

שלום עליכם!

מײַן נאָמען איז חיה. איך קום פֿון אַרגענטינע און איך װױן שױן דרײַ יאָר אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. איך בין אַלט 23 יאָר און איך האָב 2 ברידער. דער קלײנער ברודער הײסט מיכאל און ער איז 5 יאָר אַלט. דער גרױסער ברודער הײסט חײם, ער איז 28 יאָר אַלט. דער קלײנער װױנט מיט דער משפּחה אין בוענאָס אײַרעס און דער גרױסער װױנט מיט מיר צוזאַמען אין ניו יאָרק. מיר װױנען אין אַ קלײנער דירה אין דער לאָוּער איסט סײַד. דער טאַטע איז אַ מאָלער און די מאַמע איז אַ קאָמפּיוטערײַ פּראָפֿעסאָרשע אינעם אוניװערסיטעט פֿון בוענאָס אײַרעס. איך װױן דאָ אין ניו יאָרק מיט דעם ברודער, װײַל מיר װילן זײַן אין אַ סבֿיבֿה װוּ מען רעדט ייִדיש דעם גאַנצן טאָג. איך שטודיר ייִדישע שטודיעס און מײַן ברודער איז אַ דאָקטאָראַנט אין פֿיזיק. איך האָב ליב צו לײענען און איך האָב ליב צו פֿאָרן מיט דעם ביציקל. אונדזער דירה איז זײער קלײן, איז איך האָב ליב צו זײַן אין דרױסן װען איך האָב פֿרײַצײַט. נאָך מײַנע לעקציעס האָב איך ליב אַרומצופֿאָרן און זען די טשיקאַװע זאַכן און מענטש, װאָס עס זענען דאָ אין ניו יאָרק. דאָ געפֿינט מען אַלץ װאָס מען װיל!

 

mayn nomen iz khaye. ikh kum fun argentine un ikh voyn shoyn dray yor in di fareynikte shtatn. ikh bin alt 23 yor un ikh hob 2 brider. der kleyner bruder heyst mikhoel un er iz 5 yor alt. der groyser bruder heyst khayim, er iz 28 yor alt. der kleyner voynt nokh alts mit der mishpokhe in buenos ayres un der groyser voynt mit mir tsuzamen in nyu york. mir voynen in a kleyner dire in der lower ist sayd. der tate iz a moler un di mame iz a a kompyuteray profesorshe inem universitet fun buenos ayres. ikh voyn do in nyu york mit dem bruder vayl mir viln zayn in a svive vu men redt yidish a gantsn tog. ikh shtudir yidishe shtudyes un mayn bruder iz a doktorant in fizik. ikh hob lib tsu leyenen un ikh hob lib tsu forn mit dem bitsikl. undzer dire iz zeyer kleyn, iz ikh hob lib tsu zayn in droysn ven ikh hob fraytsayt. nokh mayne lektsyes hob ikh lib arumtsuforn un zen di tshikave zakhn un mentsh, vos es zenen do in nyu york. do gefint men alts vos men vil!

 

װאָקאַבולאַר:

די פֿאַראײניקטע שטאַטן fareynikte shtatn - USA

די דירה (דירע) - dire - apartment

דער מאָלער - moler - painter

די סבֿיבֿה (סװיװע) - svive - environment

דער דאָקטאָראַנט - doktorant - Ph.D. student

פֿאָרן מיטן ביציקל - forn mitn bitsikl - to ride a bike

טשיקאַװע - tshikave - curious, interesting

געפֿינען - gefinen - to find


385 views7 comments

Recent Posts

See All

7 Comments


rohatyner
Apr 02, 2021

nice

Like

msklaroff
Apr 02, 2021

זייער אינטרעסאנט



Like
Reb Noyekh
Reb Noyekh
Apr 02, 2021
Replying to

אואַ! נישט געװוּסט.

Like
bottom of page