top of page

אַ ספּעציעלער פֿרימאָרגן

װי האָט אַלץ אויסגעזען? װי איז געװען דער װעטער? װער איז בײַגעװען?

מײַנע מיטעלע סטודענטן האָבן באַשריבן ספּעציעלע פֿרימאָרגנס װאָס בלײַבן בײַ זיי אין זכּרון. מע האָט פֿריִער געלייענט אַ שיינע באַשרײַבונג פֿון אַ ספּעציעלן פֿרימאָרגן אין װאַרשע, געשריבן פֿונעם ייִדישן שרײַבער, ה. ד. נאָמבערג. עס הייסט "מע װעקט". דאָ האָבן מיר אויך איבערגעחזרט פּאַרטיציפּן װאָס ענדיקן זיך אויף "ן" און "ען", װי למשל אַרומגענומען און איבערגעשראָקן. אָט אָ דאָ אונטן זענען צװיי װוּנדערלעכע סטודענטישע באַשרײַבונגען. האָט הנאה!


איין נאַכט זענען מיר געשלאָפֿן מיט די קינדער אין יעבעדײַע־סמיט־רעדװוּד־סטייט־פּאַרק. גאָר אין דער פֿרי בין איך אַװעקגעקראָכן פֿון געצעלט. אַ מאַסקע נעפּל האָט פֿעסט אַרומגענומען דעם װאַלד, װי אַ װײַסע דעק. די אוראַלטע ביימער זענען געשטאַנען הינטערן נעפּל װי אומגעזענע גיגאַנטן, װי טיטאַנען, מאַיעסטעטיש. אַלץ איז געװען שטיל, אַחוץ אַ פּאָר טראָפּן פֿון די הויכע צװײַגן, אַ שטייגער װי די ביימער װאָלטן גערעדט שטילערהייט, איינער מיטן אַנדערן, צו װײַט פֿאַר מענטשן צו הערן. איך האָב אײַנגעזען, אַז די ערד איז אַזוי אַלט און אַ סך גרעסער װי אַ מענטש. דער נעפּל איז געװען קאַלט און נאַסלעך אָבער האָט מיך נישט געשראָקן. די װעלט איז געװאָרן סאַמעטיק, רויִק און זייער זייער שיין.


שושנה

 


מע פֿאָרט צום ים - קאָני אײַלענד

װען איך בין געװען אַ קינד געדענק איך איין מאָל אַ פֿרימאָרגן. ס'איז געװען אַזאַ ספּעציעלער טאָג - "מע פֿאָרט צום ים! אוי, אַזאַ גליק! מע פֿאָרט צום קאָני אײַלענד!".


מ'האָט געדאָרפֿן אויפֿװעקן זייער פֿרי, פֿאַרטאָג. ס'איז געװען שטיל אין גאַס, מענטשן שלאָפֿן נאָך. אָבער מ'האָט געדאָרפֿן מאַכן אַלץ שנעל, צו געפֿינען אַלע זאַכן מיטצונעמען. עסנװאַרג, באָד־קאָסטומען, האַנטעכער, שפּילװאַרג, בענקלעך פֿאַרן זאַמד, זון־שמירעכץ - אוי, אַ סך זאַכן!


נו, מיר זענען געפֿאָרן מיט דער סאָבװיי! דו װייסט נישט װאָס דאָס הייסט די סאָבװיי - דאָס איז די באַן װאָס גייט אַ לאַנגע צײַט ביז מע קומט צום ים! הוראַ, דאָס װאַסער שײַנט און מאַכט אַזאַ גרויסן ברום װען די כװאַליעס כװאַליען אַהין און אַהער. מ'האָט זיך געשפּילט דעם גאַנצן טאָג און זענען אַהיימגעקומען אַזוי מיד אָבער אַזוי צופֿרידן!



נאָרמאַ


63 views0 comments

Recent Posts

See All
bottom of page