װאָס טוט אַן אידעאַל קינד? װאָס טוט עס נישט?
מײַנע מיטעלע סטודענטן האָבן זייער שיין באַשריבן װאָס דאָס הייסט אַן אידעאַל קינד, לויט זייערע סטאַנדאַרטן. זיי האָבן געניצט װערבן פֿון דער צװייטער קאָניוגאַציע, למשל װויען, מוטשען, און פּאָליובען. אַזעלכע װערבן ענדיקן זיך מיט אַן ע אין דער גרונטפֿאָרמע, למשל (איך װויע, איך מוטשע, איך טענה, איך פּאָליובע). אָט אָ דאָ אונטן האָט איר אַן אויסקלײַב פֿון די זייער שיינע באַשרײַבונגען זייערע. האָט הנאה!
יעדעס קינד װאָס מע װיל האָבן איז אַ מתּנה פֿון הימל. װען מען באַשרײַבט אַן אידעאַל קינד, איז עס אַ קלײנער װוּנדער, אַז מע זאָגט נאָר װאָס דאָס קינד טוט נישט:
אַן אידעאַל קינד װויעט נישט.
אַן אידעאַל קינד גנבֿעט נישט.
אַן אידעאַל קינד מוטשעט נישט די עלטערן מיט אַ סך פֿראַגעס.
אַן אידעאַל קינד מסרט נישט אויף די ברידער.
בקיצור, אַן אידעאַל קינד איז נישט קיין בן-אָדם.
אָבער װען מען בעט, אַז אַ קינד זאָל זײַן אידעאַל, זאָגט מען צום קינד, אַז עס מאַכט נישט אויס װאָס דאָס קינד טוט צו פּאָליובען זײַנע טאַטע-מאַמע. דאָס קינד איז אומאַדעקװאַט.
די טאַטע-מאַמע װאָס זוכן אַן אידעאַל קינד זענען אַליין נישט אידעאַל.
קינדער דאַרפֿן װאַקסן. קינדער דאַרפֿן האָבן טעותן. קינדער דאַרפֿן פֿילן זײערע אײגענע צרות און זיך לערנען, אַז װען זײ װויען פֿון װײטיק, זענען זײ באַרעכטיקט צו װויען.
דאָס איז אויך שייך אויף אַ קינד װאָס איז 36 יאָר אַלט. ער איז אויך באַרעכטיקט צו װויען. ער איז אויך אַ קינד.
אַ קינד, יעדעס קינד, האָט פּינקטלעך צװײ אַרבעטן: ערשטנס, צו פֿאַרשטײן אַז טאַטע-מאַמע האָבן ליב דאָס קינד און עס מאַכט נישט אויס װאָס דאָס קינד האָט געטאָן אָדער נישט געטאָן; װאָס דאָס קינד קען טאָן אָדער קען נישט טאָן; װאָס דאָס קינד קען זײַן אָדער נישט זײַן. און צװייטנס, ליב צו האָבן טאַטע-מאַמע, נישט אָפּצוצאָלן טאַטע-מאַמעס ליבשאַפֿט, נײַערט װײַל דאָס קינד פֿילט זיכער. דאָס קינד פֿילט זיכער ליב צו האָבן טאַטע-מאַמע. דאָס קינד פֿילט זיכער װיסנדיק, אַז טאַטע-מאַמע זענען און װעלן זײַן אַן אָאַזיס אינעם עמאָציאָנעלן מידבר װאָס דאָס לעבן קען אָפֿט זײַן.
דאָס איז אַן אידעאַל קינד
דובֿ
װען עטלעכע מענטשן האָבן געזאָגט, אַז אַן אידעאַל קינד פֿרעגט אַ סך פֿראַגעס, האָב איך נישט אין גאַנצן מיט זײ מסכּים געװען. פֿראַגעס װעגן דער װעלט זענען גוט, אָבער אַ קינד װאָס טענהט כּסדר אָן אויפֿהער, און מוטשעט די עלטערן מיט פֿראַגעס װעגן קלײנע זאַכן, קריכט אויף די נערװן. למשל: זענען מיר שוין אָנגעקומען? פֿאַר װאָס קען איך נישט האָבן אַלץ װאָס מײַנע חברים האָבן? װען זענען פֿרישטיק, מיטאָג, און װעטשערע? די עלטערן דאַרפֿן דאָך אַ ביסל רו, און אַ קינד װאָס פֿרעגט שטענדיק, און כליפּעט און קװיטשעט, װאָס די מאַמע ענטפֿערט נישט איצט, איז װי אַ מויז װאָס גריזשעט די װענט די גאַנצע נאַכט, אָדער װי אַ מאָסקיט װאָס זשומעט און הודזשעט אין די אויערן דעם גאַנצן טאָג. אַ קינד װאָס האָט ליב זיך צו לערנען איז װוּנדערלעך. אַ קינד װאָס קען אויך שפּילן אַ מאָל אַלײן איז אידעאַל, בפֿרט װען מען זוכט ענטפֿערס אין ביכער. טאַקע! פֿאַרגלײַך נישט אײנער מיטן אַנדערן—יעדעס קינד איז אַנדערש...
שושנה
דאָס אידעאַלע קינד איז אַ פּוסטער חלום. כּסדר רעדן, כליפּען ,און ליאַרעמען קינדער. מײַן טאַטע איז אַכציק יאָר אַלט, און ער רעדט און ליאַרעמט אָן אויפֿהער. ער האָט זיך באַקלאָגט אַזוי פֿיל וועגן די "משוגענע ליבעראַלע סאָציאַליסן," אַז איך האָב אים געזאָגט, "טאַטע, איך און די שוועסטער זײַנען משוגענע ליבעראַלע סאָציאַליסטן!" דערנאָך האָבן מיר געשטרײַט. כּמעט ווי קיין מאָל נישט שטרײַטן מיר, ווײַל עס קריכט מיר אויף די נערוון. די שוועסטער האָט ליב צו שטרײַטן מיט אים, און זי איז אויסן אים צו מוטשען. איך בין נישט מגזם. געוויינטלעך שיכּור איך און בלאָנקע אַרום אין דרויסן מיט אַ גלעזל ווײַן ,און איך האָף אַז די שוועסטער וועט אים נישט דערהרגענען!
שׂרה'לע
Comments