top of page
Writer's pictureReb Noyekh

Beginners Reading Practice 2#

Updated: Apr 8, 2021

די טראַנספּאָרט־מיטלען



ערנסט שטראַוס װױנט אין סאַאָ פּאַולאָ. עס איז דאָ אַ סך פֿאַרקער אין דער שטאָט. װען ער באַזוכט זײַנע פֿעטער און מומע, װאָס װױנען בײַם ים, פֿאָרט ער מיטן אױטאָבוס עפּעס 3 שעהן לאַנג.

יעדן טאָג אין דער פֿרי פֿאָרט ער מיטן מעטראָ צו דער אַרבעט אין אַ ביוראָ לעבן דעם טײַך פּיניִעיִראָס. ערנסט האָט אַן אױטאָ, אָבער ער פֿאָרט נישט מיטן אױטאָ בדרך־כּלל. עס זענען דאָ פּראָפּקעס די גאַנצע צײַט אין סאַאָ פּאַולאָ.

ערנסט מײנט אַז עס זענען דאָ אױך צו פֿיל מאָטאָרציקליסטן אױף די גאַסן פֿון דער שטאָט. מיטן מעטראָ פֿאָרט ער 6 סטאַנציעס, װאָס געדױערט עפּעס 35 מינוט און ער קומט אָן אין דער פֿירמע, װוּ ער אַרבעט.

ערנסט האָט ליב צו באַזוכן זײַן משפּחה װײַל ער האָט ליב די פֿרישע לופֿט פֿון דער פּלאַזשע. ער מײנט אַז אין סאַאָ פּאַולאָ אָטעמט מען נאָר דיזל און בענזין…

 

Di Transport-Mitlen


Ernst shtraus voynt in São Paulo. Es iz do a sakh farker in der shtot. Ven er bazukht zayne feter un mume, vos voynen bay dem yam, fort er mitn oytobus epes 3 shoen lang.

Yedn tog in der fri fort er mitn metro tsu der arbet in a byuro lebn dem taykh Pinheiros. Ernst hot an oyto, ober er fort nisht mitn oyto bederekh-klal. Es zenen do propkes di gantse tsayt in São Paulo.

Ernst meynt az es zenen do oykh tsu fil motortsiklistn oyf di gasn fun der shtot. Mitn metro fort er 6 stantsyes, vos gedoyert epes 35 minut un er kumt on in der firme, vu er arbet.

Ernst hot lib tsu bazukhn zayn mishpokhe vayl er hot lib di frishe luft fun der plazhe. Er meynt az in São Paulo otemt men nor dizl un benzin...


 

װאָקאַבולאַר:

מיטן - mitn מיט דעם

בײַם - baym בײַ דעם

בדרך־כלל bederekh-klal - usually;

די פּראָפּקע - propke traffic jam;

געדױערןgedoyern - to last; די פֿירמעfirme - company; אָטעמעןotemen - to breathe; די לופֿט luft - the air;

דער פֿאַרקער farker - traffic; דער פֿעטער feter - uncle; די מומע mume - aunt; דער ים - yam - sea; דער אױטאָבוס oytobus - bus; דער טײַך taykh - river;

דער בענזין benzin - gasoline;




140 views0 comments

Recent Posts

See All

Comentarios


bottom of page