לויט אלחנון גאָלדשטיין, ניו־יאָרק,
מיטלדיקער סטודענט.
דאָס איז אַ מעשׂה װעגן מיר, רב מאַלפּע'לע, אַ הונט. איך װוין בײַ מײַן טאַטן, ר' נח, און די באָבע, סערינע . דאָס לעבן איז מיר זײער גרינג. שלאָפֿן שלאָף איך, שפּאַצירן שפּאַציר איך, לױפֿן לויף איך, טרינקען טרינק איך, פּישן פּיש איך, קאַקן קאַק איך, און איך פֿרעס! מײַן דיעט נעמט אַרײַן װאַסער, הונט־טשאַו, הינדל, דאָס רינדערנע פֿלײש, פֿיש, און אַ ביסעלע גרינצײַג-נישט קיין שאָקאָלאַד נעבעך! אָבער, מער פֿון אַלעס האָב איך ליב צו נאַשן… אױף- דראָטן! איך פּרעפֿעריר קופּערנע און עלעקטרישע מער װי עטערנעצענע אָדער קאָאַקסיעלע דראָטן. איך האָב אויך נישט ליב שטאָל אָדער זילבער. עס חלומט מיך שטענדיק פֿון דראָטן. גיב־זשע מיר אַ שײנעם דראָט און מיר װעט זײַן מלא־שׂימחה!
בײנער זענען פֿע! זענען דראָטן אָבער סכּנהדיק, הנאהדיק, און געשמאַק! אפֿשר װעל איך בעטן מײַן טאַטן צו גײן אין אײַזנקראָם. געהערט האָב איך, אַז די דראָטן זענען גרויסע און גוטע צו קײַען. נאָר דאָרטן באַקומט מען נישט אַזאַ אויסקלײַב נעבעך! דאָס איינציקע בעסערע קראָם איז ראַדיאָשאַק. צום באַדױערן האָט זיך יענס געשעפֿט פֿאַרמאַכט...
איך זאָרג זיך, אַז מײַנע צײנער װעלן זיך צעברעכן אָבער האָבן האָב איך קיין מורא נישט פֿאַרן צײנדאָקטער! איך מוז דאָך צושאַרפֿן מײַנע צײנער, זײ זאָלן קענען כאָטש אײַנבײַסן דורך האַרטע זאַכן. דאָס הונט-עסן איז אַזױ גרינג צו עסן. אפֿשר זאָל איך קױפֿן אַ פֿײַל? איך מיין, אַז עס װאָלט געהאָלפֿן. מײַן פּראָבלעם איז-- די לאַפּעס. זיי זענען נישט אַזוי פֿעיק.
אנדערע הינט האָבן מיר דערצײלט, אַז מע קען באַקומען אַן עלעקטרישן שאָק. איך בין נישט אַזוי זיכער װאָס איז אַזוינס אַ שאָק, האָב איך געפֿרעגט בײַ מײַנע חבֿרים. באַקומען האָב איך אַ סך ענטפֿערס: לעני, דער שנויזער, האָט דערקלערט, אַז אַ שאָק איז עפּעס װאָס מאַכט די האָר אויפֿשטײן! מאַני, דער הױפֿהונט, האָט צוגעגעבן, אַז ס'איז אַ פֿינקלעניש. אָבער איך הייב נישט אָן צו װיסן... אוי, װוּף!
Comments