top of page
Writer's pictureReb Noyekh

די פייגעלעך פון האַנאַלולו

From time to time I write stories in Yiddish. Am I a Yiddish writer? I don't know, but I've always been determined in keeping Yiddish alive through my mouth and through my pen. This story has been sitting in the back of my head for a couple years now. After the passing of my friend Levi Keller, z''l, I decided it was time to put pen to paper.

A hartsikn dank, a greysn yasher-keyach, to my teacher, friend and colleague, Dovid Katz, for his great expertise and skill in editing my story. I hope this will become a habit for me. If I write another one, you, my dearest reader, will be the first to see it here on my blog.


די פייגעלעך פון האַנאַלולו


לוי קעלער′ן (1985 ― 2023)

אַ שטאַרקן פייגעלע

צום אייביקן אָנדענק


געזעסן בין איך אין דזשאַקוזי. פון אויבן טרייסלען זיך די פּאַלמע⸗צווײַגן, לינד און צאַרט, ווי אויף דער פּלאַזשע קראַסאַוויצעס, מײַסטערשע אין זייער מלאכה. פייגעלעך פון אַלערלייאיקע טראָפּישע פאַרבן ― ווער זאַפטיק רויט, ווער גרינלעך ווי מאָך טיף אין וואַלד אַרײַן ― שוועבן פלינק צווישן הויך⸗שלאַנקע ביימער. אַ לײַכט ווינטעלע האָט זיך אַ פוילעוואַטע אַ בלאָז געטאָן, ניט אַהין ניט אַהער, ווי אַ פאַרלאָזטע באָיע אינמיטן ים, וואָס האָט גלאַט אין איר תכלית פאַרגעסן. נאָר דער װינט טוט בלאָזן סײַ⸗ווי⸗סײַ.



איך בין אין האַוואַי. טאַקע צום ערשטן מאָל. אַלעמאָל געהערט, אַז ס′איז אַ גן⸗עדן דאָ אויף ד ע ר וועלט. די זאַמדן זײַנען ציכטיק ווײַס, די וואַסערן —קרישטאָל⸗קלאָרע. ס′איז אמת, טו איך בײַ זיך אַ קלער, אַרויפקוקנדיק אויף די זאָרגלאָזע שוועבנדיקע פייגעלעך. זע נאָר, ווי צופרידן זיי זײַנען!


ס′איז די צײַטן פון קאָוויד⸗קאַראָנע. אַ וועלט⸗מגיפה בושעוועט ווײַטער אויף דער וועלט. מענטשן זײַנען ווי די פליגן געפאַלן. פונדעסטוועגן איז דאָס ערגסטע אפשר שוין אַריבער, כאָטש אויף דערווײַלע.


טוריסטן, גיריקע אויף אַ שטיקעלע זון און אויף אָפּרוען זיך, פליען מאַסנווײַז קיין האַוואַי. איך בין צווישן זיי. נאָר דעם אמת געזאָגט, בין איך געקומען אַהער צוליב גאָר אַן אַנדער סיבה.


אַ פייגעלע טוט אַ פלי אַראָפּעט פאַר מיר אין די אויגן און זיצט זיך אויף דער ערד אַקעגנאיבער. וואָס וויל ער דען, אַוואָס, אַ שטיקעלע ברויט? — טו איך בײַ זיך אַ קלער. דאָס פייגעלע טוט אַ שפּרונג אַהין, אַהער. איך זע שוין, אַז עפּעס טוט זיך: אים פעלט אַ פוס. גלאַט אַ קאַליקע. נעבעך, זײַן איינער אַליין אין אַזאַ גן⸗עדן און מיט אַזאַ מין מום דערצו, נעבעך…


„חָננדל, עפן אויף דעם טויער. ער איז פאַרשלאָסן“, טוט אַ זאָג די מאַמע, צפּורה⸗פייגל, וואָס איז געשטאַנען בײַם פּלויט וואָס אַרום דזשאַקוזי.


מײַן בליק איז צוריק אַראָפּ אויפן פויגל. אַוועקגעפלויגן.


מיר זײַנען אַזש אַהין דערפאָרן, די מאַמע מיטן זון, צוליב דעם וואָס איר מאַמע איז אַוועק פון דער וועלט. די באָבע מײַנע האָט די לעצטע יאָרן געלעבט אין האַוואַי, אין אַן אינטערנאַט פאַר היימלאָזע. זי איז געשטאָרבן צוליב אַ צו שטאַרקער דאָזע — פון מעט מיט פענטינאַל. אָדאָס אַלצדינג האָט מען זיך דערוואוסט בײַ שטאָק פרעמדע. זי איז קרעמירט געוואָרן. איר אַש האָט מען פונאַנדערגעשפּרענקלט איבערן ים, בײַם צפונדיקן ברעג פון אינדזל אָהאַו.


די באַציאונגען צווישן דער מאַמען מיט דער באָבען זײַנען ניט איבעריקס פויגלדיקע געווען. מיידלווײַז איז די מאַמע אָפטמאָל איינע אַליין אין שטוב איבערגעלאָזן געוואָרן, בשעת א י ר מאַמע האָט מיט פרעמדע מענער אין די שענקען געהוליעט…


פונדעסטוועגן, ניט געקוקט אויף דעם אַלעמען, וואָס די באָבע האָט איר שוועלבעלע אָפּגעטאָן איז די מאַמע מײַנע שוין מער ניט אין כעס געווען. זי האָט איר נאָך מיט אַ סך יאָר צוריק מיט אַ מחילה גמורה מוחל געווען.


צפּורה⸗פייגל זיצט זיך, אַן אויסגעמוטשעטע, אין דזשאַקוזי. איר פּנים, פאַרמרה⸗שחורהט. אַ סברא אַז די באָבע ליגט בײַ איר אויפן געדאַנק, ס′דריקט איר אויפן האַרצן.


אַ זוניק⸗געלער פויגל זיצט זיך אויף דער ערד ניט ווײַט פון איר. דאַכט זיך, אַז ער קוקט גאָר אַהערצוצו. נאָר זען זעט ער גאָרנישניט — אַ בלינדער פויגל! עס פעלט אים גאָר אַן אויג, בלויז אַ לאָך בלײַבט, און ער קוקט…



דעם טאָג פון דער לוויה. דער הימל איז פאַרוואָלקנט, אַ פּאָר דינינקע זון⸗שטראַלן כאַפּן זיך אַרויס פון די שפּאַרונקעלעך וואָס צווישן די כמאַרעס. אונטן פליען מחנות פייגל איבערן אייבערפלאַך פון די ימיקע כוואַליעס, שפּילנדיק איינער מיטן צווייטן, אַ פלי אַרויף און אַ פלי אַראָפּ, אַ שפּרונג אַהין און אַ שפּרונג אַהער.


טאָ ווי אַזוי מאַכט מען דען אַ לוויה אָן אַ מת? און נאָך דערצו אין האַוואַי. דער אַש, פונאַנדערגעשפּרענקלט איבערן ים מיט אָנדערטהאַלבן יאָר פריער… אַוואו זײַנען זיי איצטער? אַזש אין קאַליפאָרניע? אָדער ערגעצוואו אויף צפון? העט אין אַלאַסקע?


די מאַמע שטייט אויפן גרויען זאַמד, אַהינטער איר — דער ים. אַ גרויסער פּלאַקאַט מיט פאָטאָגראַפיעס פון דער באָבען שטייט אָן אַ זײַט. די מאַמע זאָגט אַ הספּד.


„מאַמע מײַנע“, הייבט זי אָנעט, לייענענדיק פון העפטל, „איך בענק נאָך דיר“.


דער עולם איז אַ קליינער. איך זיץ אָן אַ זײַט און וויין. איינער פון די עלטערע ברידער מײַנע איז אויך דערבײַ, זײַן פּנים איז בלייך, געפאַלן.


ווי אַזוי האָט די מאַמע איר מאַמען געקענט מוחל זײַן? ווי קען עס געמאָלט זײַן? אַזויפל צרות האָט זי איר אָנגעטאָן, אַזויפל עגמת נפש…


איך וויין, דערמאָנענדיק זיך ניט אַזויפל אין דער באָבע אַליין (קוים געדענקט זי זיך מיר), נײַערט אינעם טאַטן מײַנעם דערמאָן איך זיך. (ער איז געשטאָרבן פון קאָוויד⸗קאַראָנע, באַקומען פונדערפון אַ האַרץ⸗אַטאַקע). ער האָט אונדז פאַרלאָזן, אַ מאַמע מיט פיר זין, אויף הפקר, אַז איך בין בלויז נײַן יאָר אַלט געווען. צי וואָלט אויך איך — עלעהיי די מאַמע — אים געקענט פאַרגעבן? פון וואַנען קומט אָט אַזאַ מין מחילה?


די מאַמע רעדט זיך אַראָפּ פון האַרצן אָרנטלעך⸗אָפנהאַרציק וועגן די באַציאונגען מיט איר מאַמען. זי רעדט וועגן כעס וואָס האָט בײַ איר אין האַרצן געברענט. איצטער איז אַלצאיינס. זי קוקט זיך ווייניקער אין העפטל אַרײַן. זי רעדט פון חרטה, און רחמנות — רחמנות מיט מחילה. זי וויינט.


מיר זײַנען געגאַנגען איר אַרומנעמען. די מאַמע איז שוין אַ באָבע אויך — גאַנצע דרײַ אייניקלעך האָט זי. דאָס מאַמישע האַרץ טוט בײַ איר קלאַפּן אַ צען מאָל שטאַרקער.



די לעצטע נאַכט אין גן⸗עדן. די לוויה איז אַדורך נאָר די באָבע לעבט נאָך, אַן אומרואיקע בײַ דער מאַמען אין האַרצן. ס′ווילט זיך אַ מנוחת נפש.



מיר באַשליסן, איך מיט דער מאַמען, פאָרן מיט בײַסיקלעך אויף וואַקיקי קרייטער אין דײַמאָנד⸗העד. דאָרטן האָט די באָבע געלעבט אין אַ געצעלט.


אונטערוועגנס אַהינצוצו האָבן מיר זיך אָפּגעשטעלט אַוואָס ניט איז אַרײַנכאַפּן אין מויל אַרײַן, אין אַ רעסטאָראַנעכל. דער קעלנער טראָגט אַ שטרויענעם הוט, ער איז צוגעקומען צו אונדז פרעגן וואָס מ′וויל באַשטעלן. אונטערן שטרויענעם הוט זײַנעם — פאַרחלומטע אויגן צוויי, און אונטער זיי אַ קאַפּ אַראָפּצוצו — אַ גרויסע רויטלעכע שנאָבלדיקע נאָז.


אַפּנים האָט ער דערשפּירט דעם טרויער וואָס בײַ דער מאַמען. מיר זײַנען דאָך אַוודאי ניט געווען זײַנע געוויינטלעכע קונדן, טוט ער אַ פרעג פון וואַנען מ′קומט. די מאַמע האָט אים דערציילט, אַז קומען קומט מען פון קאַליפאָרניע, און אַז מיר זײַנען געקומען אַהער דווקא ווײַל די מאַמע אירע האָט געלעבט דאָ אין דײַמאָנד-העד, צווישן די היימלאָזע. דאָרטן איז זי געשטאָרבן.


„איך קען אַ סך פון די היימלאָזע דאָ“, האָט דער קעלנער אַ זאָג געטאָן, „אפשר קען איך אײַך באַקענען מיט עטלעכע פון זיי. קען זײַן אַז עמעצער פון זי האָט זיך מיט איר געקענט“.


באַשערט, האָבן מיר בײַ זיך געטראַכט, קוקנדיק איינער אויפן צווייטן פאַרחידושט, באַשערט. מיר האָבן אים געגעבן דעם טעלעפאָן⸗נומער אונדזערן און געפּלאַנעוועט זיך טרעפן אויף דער פּלאַזשע, הײַנט אָוונט צום זונפאַרגאַנג.


אָפּגעגעסן, האָבן מיר זיך װידער אין וועג אַרײַן געלאָזן, אויף דײַמאָנד⸗העד, צום קרייטער, באַרג אַרויף. פּאַזע דער וואַנט פון קרייטער, פון דרויסן, בײַ דער גרונט⸗זײַט, קוים צום זען צווישן די ביימער מיט די קוסטעס, שטייען אַלטע געצעלטן שיער ניט ווי די אוהלים אויף אַ פאַרוואַקסענעם בית⸗עלמין. צי איז זי דאָרטן געלעגן, אָדאָרטן האָט זי אַ שטאַרב געטאָן?


פון אינעווייניק איז דער קרייטער אומגעהייער גרויס, אַ וואולקאַנישער אויסבראָך האָט אים געהאַט אויף דער וועלט געבראַכט אַזש מיט הונדערטער טויזנטער יאָרן צוריק. מאָדנע, האָב איך בײַ זיך געטראַכט, עס זעט טאַקע אויס ווי אַ האַרץ — מיט אַ גרויסן לאָך אינדערמיט.



ס׳איז אַ לײַכט רעגנדל געגאַנגען. די זון האָט שוין געהאַט איבערשפּאַצירט דעם בלוילעכן הימלשן מהלך, און זיך געהאַלטן בײַם לעצטן אַראָפּגאַנג, ביז הינטערן ים אַוועק.


די פּלאַזשע איז געווען אַ פּוסטע, די אַלע טוריסטן זײַנען שוין אַוועק בײַ זיך אין די באַקוועמע האָטעלן, בשעת איינצלנע האָבן זיך נאָך געדרייט, ווער אָ⸗דאָ, ווער אָ⸗דאָרטן.


דער קעלנער, נאָך מיטן שטרויענעם הוט, און מיט אַ ווײַסער מאַיקע, איז געזעסן אויף אַ באַנק מיט אַ צווייטן, מסתמא זײַנער אַ תלמיד, מיט יענעם געלערנט אוקאַליילי שפּילן.


מ′האָט צוגעגעוואַרט אַ ביסעלע פונדערווײַטנס ביז די אַנדערע זײַנען אַוועק. דאָמאָלסט איז צפּורה⸗פייגל צו אים צוגעגאַנגען.


„אַ גוטן“, האָט זי געזאָגט, „ס′איז אַ שיינער זונפאַרגאַנג“.


„יאָ, טאַקע… נו, איך בין צופרידן וואָס איר זײַט געקומען. הײַנט זײַנען דאָ פאַראַן עטלעכע פון די היגע היימלאָזע, אַלטע באַקאַנטע, דאָ געלעבט שוין לאַנג, זיי וואָלטן מסתמא געקענט אײַער מאַמען“.


צפּורה⸗פייגל האָט מיטגעבראַכט אַביסל בילדלעך פון דער מאַמען. זיי האָבן זיך גענומען אַרומגיין פון איינער צום צווייטן. „איר דערקענט איר?“ איר האָט געקענט קערי’ן?“ האָט צפּורה⸗פייגל געפרעגט בײַ אַן אָנגעשיכורטן מאַנספּאַרשוין, „זי איז געווען מײַן מאַמע“.


דער שיכור האָט געמורמלט, אַז זי — אָ⸗די וואָס אויפן בילדל — זעט טאַקע אויס עפּעס באַקאַנט.


„די אינטערנאַטן פאַר היימלאָזע ווערן געטיילט אויף שיכורים און נאַרקאָטיקער“, האָט דער קעלנער געגעבן צו פאַרשטיין. „ט′מען ווײַטער זוכן“.


זיי האָבן טאַקע ווײַטער געזוכט, געפרעגט, נאָר אַלע האָבן זיך מערניט אָפּגערופן, אַז זי זעט אויס עפּעס באַקאַנט. גאָרנישניט מער.


„ווער איז דאָס דען אָ⸗דער?“ פרעגט צפּורה⸗פייגל, אָנטײַטנדיק אויף אַ פרעמדן מיט אַ גרויער באָרד, וואָס שטייט, ניט נאָענט, ניט ווײַט. „דאַכט זיך, אַז ער קוקט אויף מיר“.


„ער איז אַן אונדזעריקער, לעבט דאָ צום לענגסטן“, האָט עמעצער געלאָזן פאַלן אַ וואָרט. „בײַ אים לוינט זיך פרעגן“.


צפּורה⸗פייגל איז צו אים אַוועק, באַוויזן די בילדלעך, געזאָגט אַזוי און אַזוי. באַלד ווי ער האָט די בילדלעך בײַ איר דערזען אין האַנט איז אים ליכטיק פאַר די אויגן געוואָרן. ער האָט אַרויפגעקוקט אויף צפּורה⸗פייגלען און טרערן האָבן זיך אים גענומען אַראָפּקײַקלען איבער די באַקן און זײַנען אין דער באָרד בײַ אים פאַרשוואונדן געוואָרן.


„איר זײַט די טאָכטער אירע!?“ טוט ער אַ פרעג, אונטערמורמלענדיק, קענטיק אַז ער איז ניט געווען צוגעוואינט צו רעדן מיט אַנדערע. „זי איז געווען אַ סימפּאַטישע פרוי“.


די מאַמע האָט זיך צעוויינט, פעסט דריקנדיק זײַן האַנט. „אַ דאַנק אײַך, אַ דאַנק“.


מיט אַ רגע שפּעטער האָט צפּורה⸗פייגל זיך אומגעדרייט אָפּצודאַנקען דעם קעלנער, אָבער — ער איז נישטאָ. אַוועק!


זי איז צוריקגעגאַנגען צו דער באַנק, אַוואו ער איז זיך פריער געזעסן, און זיך אַוועקגעזעצט. ס׳האָט אויפגעהערט גיין דער רעגן. דער הימל איז געוואָרן אָראַנדזשלעך, קלאָר. אַ רעגנבויגן האָט זיך באַוויזן איבער די רואיקע וואַסערן.





אַ זאַפטיק רויטלעך פייגעלע איז מיטאַמאָל אַוועקגעפלויגן פון הינטער דער באַנק אַוואו צפּורה⸗פייגל איז געזעסן. ס′איז געפלויגן אַרויף⸗אַרויף איבער די וואַסערן, צום זונפאַרגאַנג צו, זיך אַ קער אום געטאָן איבערן רעגנבויגן, און געפלויגן אַרויף⸗אַרויף אַזש איבערן קרייטער. דאָרטן געטראָפן מחנות מיט פייגעלעך. די פייגעלעך פון האַנאַלולו.

114 views3 comments

Recent Posts

See All

3 comentários


Sharon de Koning Kessel
Sharon de Koning Kessel
06 de fev. de 2023

You’re the sweetest פייגלע that I have ever known and I love you story❣️ you should publish a whole collection of them.

Curtir
Reb Noyekh
Reb Noyekh
06 de fev. de 2023
Respondendo a

10 more to go!

Curtir
bottom of page